לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

בר פחתי

בכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי!

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


 
הבלוג חבר בטבעות:
 
2/2004

ויקטור אוסטרובסקי



פאר די אלע וואס האבן אנגעפרעגט וואס איך האב געמיינט מדמה צו זיין מעל גיבסאן און די קאנטראווארסיע ארום זיין נייע מאווי "פעשאן אף די קרייסט" - צו ויקטור אוסטרובסקי, וועלן מיר דא בקיצור פארשטיין געבן.

ויקטור אוסטרובסקי איז געווען א מוסד אגענט וואס איז זיך נישט דורכגעקומען מיט זיינע אויבערהארן און מען האט אים משלח געווען. מה עשה ויקטור? ער איז דאך געבליבן בעירום ובחוסר (פון עני באש טיי אווענט'ס האט ער נישט געהערט), האט ער אפגעשריבן א ביכל ווי ער פארציילט אלע פרטים וויאזוי מען האט אים איינגעשפאנט און אריינגעפלאכטן אין ישראל'ס געהיימע שפיאנאזש אפאראט, אלץ וואס מען האט אים געלערנט, ווי אויך גענויע פרטים וועגן מיסיעס אין וועלכע ער האט אנטייל גענומען אדער וואס ער איז דארט באקאנט געווארען מיט.

ברעכט מען זיך קאפ אין מוסד'ס הויפקווארטיר וואס צו טאן מיט דעם בן סורר, מאנכע [היציגע] ווילן אים מאכן א קאפ קערצער, אייניגע [געזעצטע] זאגן מען זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן, אנדערע [נערנים] זאגן מען זאל אים שטערן לעגאל. האט דער כתוב השלישי מכריע געווען, און עורכי דין מטעם המוסד גיבן אריין א קלאגע קעגן אוסטרובסקי און זיין בוך.

ווערט א גאנצע מהומה אין די פרעסע, אלא מאי? עמיציר מיט'ן נאמען אוסטרובסקי שרייבט א בוך וואס דער מוסד "וויל נישט" עס זאל ערשיינען? פארוואס זאל מוסד אויסגעבן געלט אויף אדוואקאטן אים צו שטערן? מן הסתם יש דברים בגו, מן הסתם פארציילט ער דארט אזוינע זאכן שהשתיקה יפה להם, איז דער גאנצער עולם נייגעריג צו לייענען דעם בוך, דערווייל געווינט אוסטרובסקי (וואס דען?) אין געריכט פון א לעגאלן שטאנדפונקט, ער פארציילט אויך פאר די פרעסע אז מען סטראשעט אים מיט'ן לעבן (אדער יא אדער נישט), אבער, ער שרעקט זיך נישט און וועט ווייטער אנגיין מיט זיין ארבעט, די פרעסע און "פרידאם אף ספיטש" אקטיוויסטן צופויקען די געשיכטע, דער בוך איז יוצא לאור עולם, עס ווערט צוכאפט פון די געשעפטן אזוי ווייט אז פאר עטליכע וואכן איז עס נומער איינס אויפ'ן 'ניו יארק טיימס בעסט סעללער' ליסטע, און דער מוסד בלייבט ללעג ולקלס.

דער מוסד אליין האט למעשה גורם געווען אז אוסטרובסקי זאל מצליח זיין. ווייל שטעלט אייך פאר אז פלוני בן פלוני (עפעס א בר פחתי...) שרייבט א בוך וועגן די מוסד, ווער וואלט אים געגלייבט? ווער וואלט בכלל געקוקט אויף זיין 'דירעקשאן'? נישט די פרעסע, נישט די בוך פובליצירער, אוודאי נישט בוך קויפער אומעטום, קיינער וואלט נישט געגעבן קיין פיפס. איי יענער שרייבט? זאל ער שרייבן, וועמען אינטערעסירט דאס? אבער וויבאלד דער מוסד האט דערקלערט מלחמה קעגן אים, האט שוין יעדער געוויסט אז ס'איז סחורה. (דרייקעפ וועלן זאגן אז הא גופא איז א שטיקל פון מוסד = אז מען זאל זיך דערוויסן פון זייערע מעשים למען ישמעו וייראו, אבער מיר האבן דאך שוין געשמועסט אז מיר לאזן פלפולים פאר די ליטוויקעס).

זינט דאן האט שוין אוסטרובסקי געשריבן עטליכע ביכער וועגן שפיאנאזש און געהאט גרויס הצלחה (הגם נישט ווי דער ערשטער), און לעבט און לאכט א חיים טובים. אין די קארידארן פון מוסד ווידער, האט מען זיך געלערנט א לעקציע אין הלכות דעמאקראטיע, עס האט גענומען א וויילע צוריק צו שטעלן דעם שאדן וואס ויקטור האט אפגעטאן, אבער עס הייסט אז די מער געזעצטע האבען צום סוף באקומען די אויבערהאנט.

עד כאן וועגן אוסטרובסקי. יעצט לאמיר צוריק גיין צו גיבסאן.

ווען נישט די אלע אידישע פירער'ס פראטעסטירן 'פעשאן אף די קרייסט', וואלט דאס געווען "נאך" א רעליגיעזע קריסטליך פילם, און וויפיל מענטשן גייען שוין זעהן קריסטליכע מאוויס? נאך דערצו היינטיגע צייטן אין די עפאכע פון "לארד אף די רינגס", "קיל ביל", "דזשעימס באנד", וכו' וכו', ווער - חוץ א רעליגיעזער קריסט - וואלט עס געגאנגען זעהן.

אצינד אז די אלע נערנים האבן געמאכט א איבערקערעניש, דער זוכט דאס אפצושטעלן און דער פארלאנגט מען זאל עס באיקאטירן, וויל דאך יעדער זעהן וואס האנדעלט זיך דא וועגן, וואס אזוינס ווייזט מען דארטן וואס טאר נישט געזען ווערן, יוזל מיט א זונה? יוזל מיט א ירושלמי?

זיצט גיבסאן און שמייכלט, אנשטאט אויסגעבן שווערע געלטער פאר אדווערטייזינג, האבען די אידישע "חכמים" געטוען פאר אים די ארבעט! ממש וואונדערבאר. דער פילם האט באקומען א געוואלד מיט פרעסע דעקונג, אלע 'טאלק שאוס' זענען פארנומען דעבאטירן צו עס איז יא אנטיסעמיטיש געשטימט אדער נישט, די צייטונגען האבען געווידמעט 'פראנט פעידזש' 'העדליינס' לכבוד דעם, טעלעוויזשן איז אויך מעלה גרה דערוועגן, וואס קאן שוין זיין בעסער פאר גיבסאן?

אפשר א גלעזל לחיים צוזאמען מיט אוסטרובסקי...

BP
נכתב על ידי , 27/2/2004 00:46  
2 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



19,320
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , 20 פלוס , החיים מעבר לים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לבר פחתי אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על בר פחתי ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)