| 3/2004
אמנון יצחק און אל שארפטון ביי מיר אין קאר אזויווי ביי א סאך אנשי שלומינו, געפונען זיך פארשידענע חפצים. א קאווע 'האטקאפ', א 'סעלפאון העדסעט', דאס 'איזי-פעס' זילבערנע זעקל, די בני בית'ת זון גלעזער, שמעלצער'ס בדרך 'קאווער', שווייצע 'ריקאלע' צוקערלעך, און פארשטייט זיך... אמנון יצחק קאסעטן.
אמנון יצחק איז א שם דבר, מען דארף אים נישט פארשטעלן אדער ביאגראפירן. איך מיין אז אין יעדן קרייז - נישט קיין נפקא מינה חסידיש אדער ליטוויש, ספרד'יש אשכנז'יש, וכו' וכו', איבעראל איז ער זייער גוט באקאנט. ער דרייט זיך אריין און ארויס ביי אלע גדולי ישראל, פארט ארום איבער די גאנצע וועלט, פירט אן א ברייט פארצווייגטע ארגאנאזאציע (שופר), רייצט זיך מיט די פרייע מידיא און אירע זשורנאליסטן, אלעס בתמימות מיט'ן תימן'ער לבוש מיט די 'אנטענע' אויפ'ן קאפ.
אלזא, דער תמימות ווילן מיר דא היינט באהאנדלן. איר זעהט, רבינו קטלא קניא האט אונז געלערנט אז מען ברויך אליין טראכטן, נישט נאכגיין כצאן לטבח וואס דער עולם גולם זאגט, טוט, און טראכט. וועלן מיר אויפקלערן וואס מיר זענען עפעס צוקאכט פון דעם גרויסן מחזיר בתשובה.
עס איז קיין ספק נישט אז ר' אמנון איז א געלונגענער מענטש פול מיט טאלאנטן. ער פארמאגט א געשליפן צינגל, א היבשער שארפער מח, גאר א שטארקען הומאריסטישן חוש, און ועל כולם אויסערגעווענליכע 'כריזמע'. דאס אלעס איז זיך מצטרף, און גיבט אים כח שכנוע צו באיינדרוקן מענטשן, אזוי אז אויב גייט איר צו זיין'ס א סעמינאר, אדער איר הערט זיך צו צו א קאסעטל זיינעם, וועט איר ארויסגיין מיט א געפיל פון נצחון און שפירן אז אלע קשיות זענען פארענטפערט געווארן, אמונת משה איז ביי אייך קלאר ווי 'ווינדעקס', און די אלע גוים/פרייע זענען סתם צוריקגעבליבענע וואס ווייסן נישט בחייכען וביומייכען.
אבער ווען מען לייגט גוט צו קאפ צו דעם אמנון און צו וואס ער זאגט, אנטפלעקט זיך גאר א צווייטן בילד. צום אלעם ערשטן, ווען עמיציר פרעגט אים א שאלה, אבער א שאלה צו די זאך אזוי צום פינטל, האט נאך נישט פאסירט אין די היסטאריע פון שופר אז אמנון זאל יענעם ענטפערן בטוב טעם ודעת. קודם וועט ער א דריי טאן, טאפן דעם דופק צו איז נישט יענער א גראבער עם הארץ. געלונגט עס נישט, וועט ער שנעל אויפמישן אין זכרון עפעס א תשובה צו שטילן דעם ענין. לאזט זיך יענער ווייטער נישט, וועט ער אנהויבן א משל, אדער א באבע מעשה, א מופת עפעס איום ונורא פריש פון אויוון ארויס. איז יענער גאר א גרויסער תנא קמא, וועט ער פון יענעם מאכן ליצי ליצנות ממש אש און פארך אז דער עולם וועט זיך האלטן ביי די זייטן און קאטשען פאר געלעכטער, ער וועט דרייען אהער און שאקלן אהין ביז דער ענין וועט פארוואסערט ווערן, און הכל יבוא בשלום על מקומו, און דער גאנצער עולם וועט... יא איר האט צוגעטראפן... פאטשן מיט די הענט און אפלאדירן.
איך מיין דא נישט צו זאגן אז איך וואלט בעסער געקענט פארענטפערן די הארבע שאלות. ניין, אז מ'פרעגט מיר ווען, וואלט איך געשיקט רבינו זאל געזונט זיין און אים געגעבן דעם גרויס'ן כבוד. און ער, ער וואלט שוין געמאכט ארדענונג ביי די אלע וואס דרייען זיך (ר"ל) ארום מיט אמונה פראבלעמען (ה"י), ער וואלט אפגעענטפערט און אפגעווארפן די נארישע "תמימות'דיגע" קשיות איינס ביי איינס, ער וואלט געוויזן פאר כל העולם כולו וואס אזוינס א פאלק מיר זענען. פארשטייט זיך אויך באשפריצט זיינע שארפע רייד מיט ליצנותא דעבודה זרה (ר"ל), געגאסן פעפער און זאלץ מיט שפע - וואס וואלט אפגע'חוזק'ט פון די צייטונגען און אזויגערופענע 'סעלעבריטיס', קליין געמאכט אמעריקא און גרויס געמאכט סאדאם, וואספארא פראגע.
אבער צו דעם וועט אויספעלן אז רבינו זאל זיך אנטפלעקן צו אונז ברוב יפיו והדרו, און צו דעם האב איך מורא וועלן מיר נישט אזוי שנעל זוכה זיין (א נידריגער דור ליידער). און אז מען קען נישט טשיק-טשאק טוישן דעם דאזיגן פאקט, וועלן מיר מוזן אריין קריכן טיפער אין דעם פראבלעם.
חוץ דעם וואס אמנון'ס תשובות זענען באמת נישט יורה כחץ, איז ער ליידער אויך עוסק אין די הארבע עבירה וואס רופט זיך "לשון הרע". עס איז זעלטן אז ביי זיינ'ס א שמועס זאל נישט דערמאנט ווערן א פרעמדער יחיד אדער רבים, איד אדער גוי, וואס ווערט דאן באוואשן פון קאפ ביז פוס מיט באשולדיגונג קלאגעס, טשעפעריי, ליצנות, וכהנה וכהנה. צומאל איז דאס א שופט, צומאל א חבר הכנסת. אמאל א טעלעוויזיע סטאניע, א צווייט מאל א צייטונג שרייבער. היינט א ספארטלער, מארגן א פראפעסאר. צענדליגער און צענדליגער האבן שוין זוכה געווען צו פארזוכן פון זיין ריט, ער האט זיי פראסט און פשוט דן געווען ברותחין און מבזה געווען ברבים לפני כל עם ועדה אויפ'ן ערגסטן אופן.
און וואס מיינט איר? מען לייגט אים אין חרם? די חפץ חיים העריטעדזש פאנדעישן קלייבט חתימות קעגן אים? מען אסר'ט זיין שחיטה? ווי?! וואס?! ווען?! א מכה א דופן, ער דריידט זיך און פריידט זיך, קיינער רירט אים נישט אן די שפיץ פינגער, ער איז ווייטער מגייר (כ'מיין מחזיר בתשובה), מען הערט ווייטער זיינע טעיפ'ס, און מען איז נישט מחרים זיינע אסיפות.
נאך מער, ער באקומט מער קוראזש, און נעמט זיך מאכן געלט אט פון דעם עפיזאד גופא. דא קלאגט ער אן א צייטונג (פערטל מיליאן שקל) , דא קלאגט ער א היימישן איד (5 מיליאן שקל) , דער טאקטיק איז ערנסט, ער רעדט דערפון בריש גלי ביי זיינע אסיפות און אויף זיין געוועב זייטל (גערטנער קלאגע), ואין פוצה פה ומצפצף.
אז איר וועט גוט צוהערן וויאזוי ער לייגט אראפ די קלאגעס, וועט איר מערקן ווי דאס איז ביי אים געווארן (אדער אפשר אלעמאל געווען) א פערזענליכער ענין. ער נוצט אויס זיין פאזיציע אלץ פאפולער פערזאן צו איינפלוסען דעם דעת הקהל איבער פריוואטע ענינים וואס האט נישט צו טאן מיט'ן עולם'ס תשובה טאן אדער זינדיגען.
און אז מען רעדט שוין פון פערזענליכע ענינים, קומען מיר צו צום אנדערן חלק וואס איז ביי אמנון אוודאי פערזענליך, און דאס איז: דאס געלט שנארן ביי אלע זיינע סעמינארן. ס'איז אינטערעסאנט וויאזוי דער עולם כאפט זיך נישט, אבער כמעט יעדע סעמינאר ווערט צום סוף פארוואנדעלט אין א שנאר קאמפיין ווי אמנון מאכט א ווארימען אפיעל צו די פארזאמעלטע מען זאל שטיצן - נישט אים - די שופר ארגאנאזאציע, ער שטעלט פאר פארשידענע אופנים וויאזוי מען קען מנדב זיין פאר שופר, וואספארא 'בענעפיטן' מען קען אלץ באקומען דורך שטיצן שופר, אאוו"ו.
די חוצפה וואס ליגט אין דעם איז אין לשער, מען צאלט איינטריט געלט אים צו הערן, עס דארף צו הייסן אז דא איז מען עוסק לשם שמים אין קירוב רחוקים, מען וויל יעדן איינרעדן אז חס וחלילה מען מיינט נישט קיין געלט מיט די אלע 'פובליסיטי' און פאמפע, אבער יעדער דארף למען השם מנדב זיין און זיך איינשרייבן פאר חודש'ליכע/יערליכע נדבות צו געבן דירעקט פאר שופר און זייערע אקטיוויטעטן.
און אז עס פאלט ביי פאר ר' אמנון אנצוקומען מיט א 'העליקאפטער' אריין אין יד אליהו 'סטעדיום' אין תל אביב דארפט איר צאלן דערפאר, אז עס שמעקט אים געבן א לעקציע דוקא אין 'מעדיסאן סקווער גארדען' דארפט איר צאלן דערפאר, אז ער ברויך אהערשטעלן א גאלדענער קרוין פאר א ספר תורה דארפט איר נישט בלויז צאלן דערפאר נאר אויך אראפציפן דעם אויער-רינגל, אז ער וויל שפענדן געלט פאר גאר סאפיסטיקירטע ווידיאו 'עקוויפמענט' דארפט איר נישט בלויז צאלן דערפאר נאר אויך שטיצן די געריכטליכע אנקלאגע קעגן איינער וואס האט אים צוגעפיקסט נאכ'ן באקומען צוויי מאל גארנישט פאר ארבעט וואס ער האט געטאן. בקיצור, ער לאזט זיך וואויל גיין, און איר זאלט צאלן ווי א מחותן.
בעלי תשובות? די טויזענטער פרענקן וואס ער האט צוריק געברענגט פון די שלעכטע וועגן, דאס זאלט איר וויסן ליבע אידן, איז בלויז אויף פאפיר.
יא, עס זענען פארהאן צענדליגע וואס האבן אפגעשניטן זייער "קוקו" (פאנ"י טעי"ל בלע"ז) באותו מקום ובאותו זמן אונטער די השפעה פון יצחק'ס דרשות. אויך צענדליגע פרויען וואס האבן זיך אונטערגענומען צו אפגאלן די האר און באדעקן דעם קאפ ביז די אויגן (כמעט אזויווי 'ספיידער-מען') נאך דעם וואס אמנון האט ביי זיי ערוועקט טיפע ווייבערישע עמאציאנאלע געפילן. הונדערטער האבן שוין אויך געמאכט א שהחיינו מיט שם ומלכות אויפ'ן פרי וואס רופט זיך אמנון יצחק. צענדליגער הונדערטער האבן זיך שוין אנגעטוען פרישע טלית קטן'ס און טיכלעך פאר כסוי הראש אינעם גייסט פון ערוועקונג.
אבער בעלי תשובות? אזויווי מיר האבן געזאגט: אויף פאפיר, בדיבור ולא במעשה.
קיין סאך ריכטיגע בעלי תשובות זענען פון זיינע דרשות נישט ארויס געקומען. יא, די פרענקן קומען אין די מאסן, זיי פארפירן אביסל, זינגען אביסל, לאכן אסאך, און אז עס ווערט זייער ווארעם שניידט מען זיך די האר און מען לאזט אפאר טרערן אויך, מען זאגט צו מען וועט שוין זיין א גיט אינגל פון היינט און ווייטער, אלעס פיין און וואויל.
עס קומט דער פריהמארגן, מען עפנט אויף די אויגן, מען בארואיגט זיך פון די נעכטיגע שרעק, און מען גייט צוריק צו פאלאפעל און טחינה. ניטאמאל פיר און צוואנציג שעה האלט דאס.
איי אמנון שרייט וועגן די "הונדערטער טויזענטער" קאסעטן וואס מען האט אויסגעטיילט איבער אלע פרשת דרכים'ס אויף די וועגן פון ישראל? ס'איז ריכטיג. קיינער לייקנט נישט, מען האט געטיילט הונדערטער טויזענטער קאסעטן, מען האט אבער נישט געמאכט הונדערטער טויזענטער בעלי תשובות.
באמערקט נאר גוט, ווען ער רעדט פון זיינע אויפטוען דערמאנט ער קיינמאל נישט וועגן מענטשן וואס האבן זיך צוריקגעקערט, ער רעדט וועגן פעולות וואס מען האט געטוען, וויכוחים וואס ער האט געהאט, סעמינארן וואס ער האט געפירט, ווידיאוס וואס מען האט פראדוצירט, קאסעטן וואס מען האט אויסגעטיילט, נישט פון "אנשים" בלוט און פלייש וואס ער קען צייגן אלץ אויפטוה. זיינע פרענקן ווערן טאקע אנגעווארעמט בשעת מעשה, אבער עד כאן אומרים בשבת הגדול, עס בלייבט נישט קיין צייכענס אויף א לענגערע צייט.
איי די טויזענטער בעלי תשובות וואס זענען יא דא איבער די גאנצע וועלט? דאס זענען נישט יצחק'ס פירות, דאס זענען פרוכטען פון "ערכים", "אש התורה", און זייער'ס גלייכן וואס רעדן צו די זאך מיט א טיפן פארשטאנד אין די נושאים וואס זיי באהאנדלן. זיי פארמאגן מומחים אויף פארשידענע געביטן וואס ענטפערן בלויז אויף פראגעס וואס געהערט צו זייערע מומחיות. און נאך דעם ווי זיי שטעלן אהער א 'פראפעשענעל' סעמינאר - אן קיין שנאר אקציעס, פארמאגן זיי ספעציעלע ישיבות, ווי מען גייט דורך א פאמעלעך פראצעדור און מען איז מחליט צו מען האלט טאקע ביים זיך איבערדרייען מיט'ן קאפ אראפ און פיטום ארויף, א חלק ציען זיך ארויס, אנדערע בלייבן איבער און מיט א געזעצטן קאפ מאכן זיי החלטות פאר'ן עתיד.
ביי אמנון ווידער, איז נישטא קיין ישיבה, נישטא קיין מוסד, איין זאך איז דא: א נאכאנאנדיגער געלט קאמפיין. אבער ביי אונז אנשי שלומינו פארנעמט ער נאך אלץ דעם אויבען אן, אפילו סאטמאר האט נישט קיין פראבלעם מיט אים אדער זיין עברית, ער האט מיט שכל זיך צוגעלעקט צו זיי און דא און דארט פארקויפט ער די "שיטה" מיט שטאלץ. און ווי פריער געזאגט, נישטא קיין קרייז ווי ער איז נישט נתקבל געווארן, יעדער קוקט ארויף אויפ'ן מגיד משרים, יעדער שפירט אז ער ווייזט פאר יעדן איינעם אז לא אלמן ישראל.
אודה ולא אבוש, בדידי איז אויכעט הוה עובדא, איך בין אויך געווען פונקט אזוי איבערצייגט און געשפירט אט די הרגשה. ביז... ביז איך האב געהערט (און געזען) די דעמאקראטישע פרעזידענטליכע דעבאטע און זיך צוגעהערט צו איינע פון די קאנדידאטן. הייסן הייסט ער, נו, ווי הייסט ער שוין, אה.. מען רופט אים: רעוו. אל שארפטון. יא דער טונקעלער.
אל שארפטון מיט (אופס.. להבדיל) אמנון יצחק פארמאגן ענליכע כאראקטער'ס. שארפטון פארמאגט אויך אן אויסעגעווענליכן חוש פון הומאר, ער קען נעמען סיי וואספארא נושא, דאס צופויקן און צושמירן אז מען זאל זיך זיך באלעקן די פינגער, ער איז סיי שארף און סיי שנעל (קוויק), ווייסט גוט וויאזוי צו דירעקטן א שמועס אז עס זאל פארן אויף די שינעס וואס ער וויל, און ער האט אויך טויזענטער און מיליאנען מענטשן וואס האבען הנאה אים צו הערן.
אבער אזויווי אמנון, האט ער למעשה גארנישט אויפגעטון עפעס ערנסט, ווען אימער ער איז געלאפן פאר א פאליטישע פאזיציע איז ער מיאוס דורכגעפאלן, געזעצן וואס ער האט פרובירט דורכפירן האבען אנגעזעצט אין גרויסן. ער פארמאגט נישט קלארע פאליסיס אדער גלויבונגען, עס טוישט זיך ביי יעדן קאמפיין, און אלעמאל זינגט ער אן אנדערן ניגון.
דאס יא, ער מאכט סענזאציעס, צומאל קאנטראווארסיעס, פארהאן שווארצע וואס גלויבן אז ער איז דער היינטיגער מארטין לוטער קינג (אגב זאלט איר וויסן איז דא א גרופע וואס האלטן אז אמנון יצחק איז משיח... נישט קיין ליצנות), אבער פון די אלע מעשיות האט נאך קיינער נישט באמת גענאסן. חוץ איינער, דאס איז ער זעלבסט. ער האט פולע טאשן, כבוד און פובליסיטי.
אסאך מאל איז ער באמת געשמאק. ביים אנהויב פון יעצטיגן קאמפיין פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע, זענען די דעבאטעס געווען טרוקען, דער אויסגעשלאפענער געפהארדט מיט'ן אויסגעטריקענטער קערי האבן קיין סאך נישט מוסיף געווען, שארפטאן האט אריינגעברענגט א חיות דארטן און אויפגעוועקט דעם עולם.
על כל פנים, מיין פערזענליכע מיינונג איז אז די צווי בעלי השפעה זענען זייער ענליך איינער צום צווייטן, און עס וואלט געווען א פאסיגע זאך אריין צו נעמען שארפטון אין די ביזנעס, זאל ער אויך בלאזן שופר, אמנון וועט רעדן צו די אידן, שארפטון צו די גוים, אזוי אז עס וועט מקוים ווערן "ומלאה הארץ דעה את ד' כמים לים מכסים".
| |
|