לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

בר פחתי

בכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי!

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


 
הבלוג חבר בטבעות:
 
3/2004

האר פון א חזיר


דער אלעמען באקאנטער ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל פלעגט נוהג זיין צו זאגן, דאס מיר טרעפן אין ערגעץ נישט אז עס זאל זיין א מצוה ארויס צו שלעפן א האר פון א חזיר...

פארשטייט זיך אז ער האט נישט געמיינט דערמיט כפשוטו. הגם אין דעם מצב ווי מיר שטייען היינט, אז עס איז כל רב הישר בעיניו יעשה, אויב פארמאגט ער לייצעס פון הנהגה - אפילו בלויז א ניצוץ דערפון, איז ער שוין א גאנצער תנא קמא און קען קופץ זיין בראש אהערצושטעלן פרישע איסורים חרמים גדרים וסייגים, ער קען אונז אנטיילן וואס מיר מעגן יא און וואס נישט, און וואלטן מיר פארמאגט שכנים (ארטיסטן?) מיט חזירים אין די אונטערשטע חצרים, וואלט דאס מן הסתם געווארן א מצוה מיט א לשם יחוד. א קלייניגקייט? ארויס שלעפן האר פון א חזיר?!

* * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * *
[הג"ה: אז מיר שמועסן שוין פון די מכת איסורים ומודעות, איז כדאי מפסיק צו זיין און מעורר זיין טאקע וועגן אט די פירצה און מיר וועלן זיך תיכך צוריקקערן צום ענין.

עס איז מיר פונקט אויסגעקומען צו שמועסן מיט א איד מער פון פלעטבושער קרייז, פארציילט ער מיר אז זייענדיג אין מיאמי האט ער געטראפען אונזער "ארגאן פון חרדישן אידנטום". בימים כתיקונם וואלט ער ניטאמאל געבליקט דערין, דעמאלט האט ער אריינגעקוקט פאר נייגעריקייט צו זעהן וואס "דער איד" האט צו פארקויפן, איז ער ממש נשתומם געווארן אז דער לשון האט זיך ביי אים שיעור נישט אפגעטאן.

דא איז ער געוואויר געווארן פונקטליך וויאזוי די נשים צדקניות גייען אנגעטאן, אנגעהויבען פונעם קאפ אזש ביז'ן שפיץ פונעם פיס-פינגער, ממש פון 'העד טו טאו' ווי מען זאגט אויף ענגליש. עס שטעלט זיך ארויס אז די גאט-פארטרעטער אין התאחדות הרבנים זענען אריבער 'אינטענסיווע טרעינינג' אין די ענינים, זיי האבן שטודירט גענוי וויאזוי עס זעהט אויס די קאפ, די האר (אייגענע/שייטלען), די באדעקן מיטלען (היטן/בענדס), די אויגן (מעסקארא), די הויט (מעיקאופ), די ליפן (ליפסטיק), די האלדז (אויסגעשניטן), די הענט (עלנבויגן), די בריסטקאסטן (צורות בולטות/בעידינג סוט), דאס נקבה געשטעל (וועיסט), די בגדים (שרייעדיג), די פיס, די זאקן (סיעמס), די שיך, און אזוי ווייטער.

ביז אפאר מינוט איז יענער געווארן א גאנצער בקי אין הלכות נשים, וואס איז אין סטייל און וואס נישט. ער האט פריי אפגעאטעמט אז מער ברויך זיין צווייטער העלפט נישט קויפן די אלע "גויאישע" מאגאזינען, וואס פארשטייען זיי? פון היינט און ווייטער פאלגט מען נאך די אנאנסן פון "גליק קלאר און קאמפאני" און מען ווייסט זאפארט וואס אזוינס איז סעקסי און וואסזשע נישט.

וואלטן ווען די אלע Fashion חברה געוואוסט פון דעם סוד, וואלטן זיי זיך נישט געדארפט ברעכן קאפ וואס מען טוט יעצט אז "סעקס און די סיטי" האט זיך שוין געענדיגט. אפאר אסיפות אין די קארידארן פון 85 דיוויזשאן עוועניו, עטליכע "אין דעפט" מיטינגען מיט רב פילאפף, און זיי וואלטן גראד געוואוסט וואס איז "הייס" און וואס נישט.

מען וואלט דא געקענט מאריך זיין, אבער היות דאס איז נישט דער נושא איצטער, וועלן מיר דאס לאזן פאר א צווייטען געלעגנהייט ועוד חזון למועד. ע"כ הג"ה]
* * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * * *

כלפי מה דברים אמורים?

כלפי דעם וואס מיר טרעטן אצינד אריין אין די עפאכע פון פסח רוימען. עס זענען פארהאן אידישע הייזער ווי מען טאר אין געוויסע שטובער שוין נישט אריין גיין מיט שיך, און אין אנדערע שטובער טאר מען בכלל נישט אריין גיין, אויך איז דא א שטוב ווי איין מאל מען גייט אריין קען מען שוין מער נישט ארויס... און ביי מיינ'ס א שכן טאר מען שוין פון ר"ח בכלל נישט עסן אין שטוב, נאר מען זיצט אויפ'ן פארטש מיט אינטערווינעס...

און פארשטייט זיך אז מען מאכט פסח'דיג די ספרים הקדושים. זיי שטייען דאך אין שאנק באוועגלאז אזוי לאנג, יעצט נעמט מען זיי ארויס, מען גיבט א קוש אויפ'ן שטערן, מען וואשט אפ דאס פנים, מען שאקעלט אויס די פנימיות, און... עס דארף ארויס פאלן פתיתי חמץ וועלכע זענען ע"פ רוב קיינמאל דארטן נישט געווען.

אבער איין זאך איז דא וואס איר וועט יא טרעפן אין ספרים בשפע. אויב נישט ביי אייך אינדערהיים וועט איר דאס טרעפן אין יעדן סידור, חומש, ש"ס באנד, אדער אנדערע לעבנס וויכטיגע ספרי קודש אין בית המדרש.

די מציאה רופט זיך: האר.

יא, מענטשליכע האר.
אלע ערליי: געדרייטע, פלאכע, קורצע, לענגליכע, איינצעלנע, בינטלעך, אאו"ו.
אויך קאלירן אסאך: פעך שווארצע, ווייסע, רויטע, העלע, גראה, בלאנד, און אלעס אינצווישן.

ווי עס שטעלט זיך ארויס, האבן אסאך עהרליכע אידן מאנשי שלומינו נישט געהערט פון דעם אויבנדערמאנטען מאמר, און ביי זיי איז דאס גאר יא אן ענין ארויסצושלעפן האר פון א חזיר (זיך זעלבסט). און אז מען קען דאס טאן ווען מען איז עוסק אין אנדערע מצוות אויך ווי לימוד התורה למשל, מה טוב ומה נעים, מען ציהט מען שלעפט, און הפלא ופלא מען פלאצירט דאס סמעטענע אינדערמיטן פונעם ספר אז עס זאלן זעהן די גאנצע עדה כולם קדושים, זאל יעדער זוכה זיין צו באגעגענען א האר דא און א האר דארט.

אויך איז מען מקיים מיט דעם דער פסוק "ולא נודע קבורתו". היינט איז מען מקיים אט די מצוה אין א חומש בראשית ציגעלהיים דרוק, צומארגענס איז מען דאס מקיים אין א מסכת חגיגה פרידמאן דרוק, און איבערמארגן קוקט דער זעלבער מקיים המצוה נאך א רש"י אין פרשת חיי שרה, און באגעגנט א האר'ל, זיינס א האר'ל, אבער ער ווייסט נישט אז הרי אלו שלו, ווייל עס איז געטאן געווארן לויט'ן מאן דאמר אז מצוות אין צריכות כוונה, און דערפאר האט דאס פאסירט ממש עובר לעשייתן פון ארויס שלעפן - אן קיין באזונדערע כוונה ביים מקבר זיין...
נכתב על ידי , 9/3/2004 02:29  
10 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



19,320
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , 20 פלוס , החיים מעבר לים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לבר פחתי אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על בר פחתי ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)