לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

בר פחתי

בכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי!

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


 
הבלוג חבר בטבעות:
 
3/2004

האלף לך שלמה




ב"ה זה היום אשר קוינו לו, נאך בלויז ווינציגער פון א מאנאט האבן ביי אונז דא אויפ'ן בלאג באזוכט איבער טויזענט באזוכער כן ירבו, דאס איז א געוואלדיגע חיזוק פאר מיר זעלבסט, פאר אלע תלמידי רבינו די בכל אתר ואתר, און פארשטייט זיך פאר כ"ק רבינו שליט"א אליין.

הגם אין פארגלייך צו רבינו איז אפשר טויזענט בכלל נישט קיין מספר, ברויך מען געדענקען אז רבינו שרייבט שוין צו גיטען קרוב צו צוויי יאר בלי עין הרע, קומט אויס אז פאר אונז איז דאס א חתיכה הראוי להתכבד פאר אזא קורצע צייט, און מיר האפען אי"ה ווייטער ממשיך זיין בעבודת הקודש להגדיל תורת רבינו ולהאדירה.

לכבוד די געלעגנהייט וועלן מיר דא איבערגעבן א קורצע דבר תורה, און מעורר זיין את הלבבות מיט אביסל מוסר.

לא איש דברים אנכי, עס קומט מיר באמת אן שווער צו רעדן, אבער היות מען פארלאנגט אזוי, וועל איך נישט לאנג מאריך זיין, און כאטש מ'קען פרעגן הגם בר פחתי בנביאים? וועל איך נאר איבערזאגן וואס איך האב אמאל געהערט און עס האט א שייכות דא צום ענין, און איך וועל עס מאכן בקיצור.

די גמרא זאגט, שא, מ'בעט דעם עולם זיך האלטן רואיג, אפאר מינוט - ס'וועט נישט נעמען לאנג, זאגן חז"ל, אלף נכנסים להוראה, אנטשולדיגט, אלף נכנסים לבית המדרש, ואחד יוצא להוראה, פון טויזענט תלמידים וואס גייען אריין אין בית המדרש לערנען, פון די גאנצע טויזענט מענטשן, קומט ארויס נאר איינער וואס זאל ווערן א פוסק, נאר איינער וואס זאל קענען פסק'נען איסור והיתר, הלכה למעשה, יורה יורה כדת וכדין, כדת משה וישראל.

אגב, אז מען דערמאנט שוין כדת משה וישראל, וועל איך איבערזאגן א קורצע ווארט וואס איך האב אמאל געהערט, שא, מ'בעט די עזרת נשים זיין אביסל שטילער, איך האב דאס געהערט פון מיין זיידען זכרונו לברכה, ווי עס שטייט אז המביא דבר בשם אמרו מביא גאולה לעולם, איך ווייס נישט צו דער עולם דא האט געקענט מיין זיידען, ער איז באמת געווען א איד משרידי דור הישן, דורכגעווייקט מיט תורה וחסידות, ער איז געווען א מקורב ביי מלכים מאן מלכי רבנן, ספעציעל ביים רבי'ן ז"ל ביי וועם ער האט געהאט א גרויס חביבות, דער רבי ז"ל פלעגט אים אלעמאל מקרב זיין מיט א שמייכל, עס איז געווען קענטבאר אז דער רבי ז"ל שעצט זיין דרך החיים, ווי דער עולם ווייסט אז דער רבי ז"ל האט כסדר גערעדט מיט בענקשאפט פונעם פריערדיגן דור, אפילו פון די פשוטי עם אין פריערדיגן דור וואס מען וואלט זיך אלץ היינט געקענט פון זיי לערנען, זייער עהרליכקייט און תמימות, ווי עס איז ידוע אז ווען די נאציס ימח שמם האבן איינגענומען פוילן, און דער רבי ז"ל האט שוין דאן ברוח קדשו געזען אז היטלער ימ"ש וועט וועלן אייננעמען אויך אונגערן, האט ער זיך אויסגעדרוקט ביי שלוש סעודות ממש אנפאנג בעפאר די שנות הזעם, כידוע אז שלוש סעודות איז ביים אים געווען א גאנצע עבודה, עס האט געקענט אנהאלטן ביז חצות, חסידישע אידן יראי השם האבן דארט געברענגט אפילו די פיצלעך קינדער זיי זאלן אריינזאפן די ריינע לופט פון קדושה וואס האט דארט געשוועבט, האט דער רבי געזאגט - דאכט זיך באלד נאך השם מלך, האט ער זיך אויסגעדרוקט מיט א קרעכץ: וואס וועט זיין מיט די תמימות'דיגע אידן... וואס וועט מיט זיי זיין... בזה הלשון.

על כל פנים, האט דער זיידע געטייטשט בדרך צחות, און פארענטפערט די וועלט'ס קשיא וואס עפעס ביי קידושין אונטער די חופה דערמאנט מען כדת משה וישראל דוקא, ביי אנדערע מצוות זאגט מען נישט אזוי, האט דער זיידע געטייטשט, אז פונקט ווי ביי משה וישראל וועלכע האבן זיך געקריגט פערציג יאר אין מדבר, מען האט פארפירט וועגן עסן, פלייש, וואסער, וכו', האט מען זיך טאקע געקריגט אבער חס ושלום קיינמאל זיך נישט צוטיילט אין משך פון דעם זמן, אזוי אויך ווינטשט מען ביי א חופה, אז דער שלום בית זאל זיין כדת משה וישראל, מען קען זיך טאקע קריגן, דאס פארפאלק איז אפשר נישט פאסענדליך איינער צום צווייטן, מען קריגט זיך כסדר, אבער מען צושיידט זיך נישט חלילה, נאר מען בלייבט צוזאמען ווי דער פסוק זאגט "והיו לאחד", איין שטיק מיט די קריגעריי.

נחזור לענינינו, ממש נאך אפאר מינוט, ווי האב מיר געהאלטן? יא! ברויך מען פארשטיין, ווי קומט דאס אז פון טויזענט וואס לערנען, קומט בלויז ארויס איינער וואס זאל קענען פסק'נען. ווי קען דאס זיין אז אלף נכנסים לבית המדרש, און געוואלד, נאר אחד יוצא להוראה.

גראדע, ביי אונז אין בית המדרש, האבן מיר געהאט א פארקערטען פראבלעם. נישט לאנג צוריק, איז פארגעקומען א מסיבה צו די געלעגנהייט וואס דריי און צוואנציג אינגעלייט האבן זיך פארהערט הוראה. נו, לויט'ן חשבון אז פון טויזענט קומט ארויס בלויז איינער, וואלט דאס געמיינט אז דער כולל אונזערע פארמאגט א חשבון פון דריי און צוואנציג טויזענט אינגעלייט... און דאס ווייסן מיר דאך פאר א פאקט (אפילו אן דער סענסוס ביורא) אז דער גאנצער כולל האט נישט מער פון מאקסימום צווי הונדערט אינגעלייט, ומה אני מקיים מיט די פריערדערמאנטע מימרא אז אלף נכנסים לביהמ"ד ואחד יוצא להוראה?

וועט מען וועלן זאגן, אז אלף מיינט נישט אלף, נאר ע"פ תורה הסוד די גימטריא פון אלף וואס איז 111, און מיט'ן כולל ע"פ הבנ"י איז עס 112, קען דאך ווייטער נישט זיין. וועט מען צולייגען דעם שם הוי"ה און שם אדנ"י, קומט מען אן צו 203, טויג אויך נישט, נעמט מען צוריק אראפ דעם כולל פון אלף איז 202, נעמט מען אראפ דעם כולל פון די צוויי שמות איז טאקע פונקט 200, אבער אין דעם גופא איז דאך יש חולקין בדבר - צו מען קען אריין רעכענען אין אונזער כולל די שמות אדער נישט, נישט יעדער איז מסכים אז די אינגעלייט ביי אונז שפירן תמיד דעם שויתי לנגדי תמיד, און אפילו אויב לערנט מען ווי דער מאן דאמר וואס זאגט אז יא, האבן מיר טאקע א חשבון אז אלף איז צוויי הונדערט, און אחד מאלף איז בלויז איינער, און דא האבן מיר דאך דריי און צוואנציג... טויג נישט דער חשבון.

וועט מען מוזן צוזאם רעכענען אלע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך געדרייט אין כולל זינט איר עקזיסטענץ. איז אזוי, דער כולל שטייט שוין לתפארת קנאפע פופצען יאר, יעדעס יאר איז דאך צוטיילט אויף דריי זמנים: אלול, תשרי, ניסן. יעדן זמן שטראמען אריין קנאפע צוויי הונדערט אינגעלייט, אויך איז דא פרישע אינגעלייט וואס האבן חתונה אינמיטן זמן און זיי ציילן זיך 'עוורעדזש' פינעף און זיבעציג א זמן, האבן מיר א זמן 275 אינגעלייט, דריי זמנים קומט אויס 825 א יאר.

די 825 האבן דאך חברותות, איז דאס 1650 א יאר, פופצען יאר קומט אויס: 24,750 בלייבן מיר מיט עקסטרע טויזענט זיבן הונדערט און פופציג. נו, נישט יעדער איז אזוי פלייסיג, עס איז דאך זיכער פארהאן עטליכע פון די אלע אינגעלייט וואס האבן געפאמפעט דא דארט אין כולל, געקומען שפעט, בכלל נישט געקומען, יא געקומען און געשמועסט-הכנות-גערייכערט-געטרינקען קאווע, און דער סך הכל פון אט די סארט אינגעלייט פאר אזא חשוב'ע כולל איז גאר א קליינער פראצענט, און ציילט זיכער נישט מער ווי 1,750 פונקטליך גערעדט, זעמער ווייטער צוריק צו 23,000 אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין בית המדרש, און איצט אז מיר האבן 23 אינגעלייט חתני הוראה, שטימט דאך דער חשבון הפלא ופלא! ממש כפתור ופרח.

זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן, אין דעם זכות וואס מיר זענען זוכה צו זעהן אזעלכע תוצאות, זאל פון דעם נשפע ווערן אויך אויף ווייטער, מען זאל גיין מחיל אל חיל מדחי אל דחי, ספסלי הישיבה זאלן נתרבה ווערן ווי דער רבי זאל זיין געזונט האט זיך אויסגעדרוקט, דער עולם זאל קומען און גיין תחת כנפי רבינו, חלילה נישט פארברענגן די צייט נאר זיך אנפעלצן מיט די ווארימע פעל וואס רבינו שליט"א שפרייט אויס, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו התגלות רבינו לעיני כל עם ועדה בקרוב ממש.

החותם בהכנעה
בר פחתי

--------
נ.ב. - צו די אלע תלמידי רבינו וועלכע האבן אן הקפדה אז דער קעפל איז תמיד אין לשון הקודש: דאס מאל האבן מיר פרובירט אייך אויך צופרידנצושטעלן.
נכתב על ידי , 17/3/2004 18:20  
4 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



19,320
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , 20 פלוס , החיים מעבר לים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לבר פחתי אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על בר פחתי ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2025 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)