| 3/2004
קרבן פסח - השם ינקום דמו
דער היי יאריגער שבת ויקהל פקודי, חזק, החודש, מברכין החודש, איז ביי מיר נישט אריבער אינגאנצן גלאטיג.
קודם, ווער איך געוואר עש"ק אז רבינו שליט"א האט אונז פארלאזט און געפינט זיך אין ארצנו הקדושה מחזק צו זיין דעם דארטיגען אידענטום. עס איז א שאד, וואלטן מיר ווען געוואוסט פון פריער, וואלטן מיר ווען אראנדזשירט א שיינעם צאתכם לשלום מעמד דאהי - און א בואכם לשלום מעמד דארטן - ווי עס פאסט פאר רוענו אבינו שליט"א.
אזויפיל יא, מיר ווענדן זיך דא צו אלע תלמידי רבינו, אז היות רבינו שליט"א קומט צוריק דעם דינסטאג 7:12 אין אווענט מיט "יונייטעד עירליינס" פלייט 2939 ביי לא גווארדיע עירפאורט, וועלן מיר אפרעכטן א קבלת פנים ביים סענטרעל טערמינאל בילדינג (B) אי"ה 8:00 אזייגער, [היות סעקיוריטי איז אנגעשטרענגט בזמן הזה וועלן מיר ווארטן קעגנאיבער ביים "גרענד סענטרעל פארקוועי"] בואו בהמוניכם!
דאס איז געווען עש"ק, פרייטאג צו נאכטס האב איך נישט געקענט ארויס קריכן מיט א פשט וואס אזאנס איז דאס געווען דער ויבואו האנשים "על" הנשים, וואס פונקטליך איז דארט פארגעגאנגען.
שבת אינדערפריה רוקן זיך אהן די יוצרות פון פרשת החודש, אז די ציינער זענען שעור נישט ארויס פון פלאץ. דערנאך בין איך עולה כהן כרגיל, א קאלטער שווייס האט מיך באדעקט ווען דער בעל קורא האט זיך אפגעשטעלט ביי ששה קרשים... הגם ער איז נישט קיין בעל מופת - שטייט דאך אל תהא ברכת הדיוט קלה בעיניך... א שוידער איז דורך מיינע גלידער, עס האט נישט געדויערט מער ווי עטליכע סעקונדעס - גענוג אז די נשמה זאל ביי מיר ליגן אין די הענט, און ב"ה נאך אפאר רגעים האט ער ממשיך געווען ווייטער כאילו לא היה. סך הכל א שליים אינצידענט.
שפעטער איז געקומען דער חזק, יוצר ביי מוסף, און ראש חודש בענטשען. ראש חודש ניסן הבעל"ט.
נישט צו גלייבן, שוין ר"ח ניסן, איך גיב א טיפן אטעם, עס קומען שווערע טעג. דאכט זיך אז אפילו לויט ר' אליעזר וואס לערנט בתשרי נברא העולם - וועט ער אויך מודה זיין אז היינטיגע צייטן ווען עס קומט ניסן דרייט זיך איבער עולם ומלואו. מען רוימט פון חמץ, בחור'לעך בין הזמנים ארום, עס טוט זיך א מצות געבעקעכטץ, שטריימלעך יריד'ס, ערב פסח פרעשור, דער סדר מיט אירע מנהגים, מה נשתנה, דאס בענקשאפט צום קרבן פסח, אה! וואספארא זמנים!
ביי אונז חסידים ווייסט מען צו דערציילן, פון רבי'ס בעלי קומה וואס ווען זיי האבן געגעסן דעם כזית כורך, האט מען געשפירט בחוש דעם טעם פון קרבן פסח, אייניגע וואס האבן זוכה געווען, האבן אפילו געזען ווי דאס שמאלטץ רינט אראפ אויפ'ן בארד. נורא'דיגע ענינים זענען פארגעקומען פסח ביינאכט אין די געצעלטן פון מרנן ורבנן.
בדורנו אנו, הערט מען אויך פארשידענע עובדות פון רבי'ס און חסידים וואס זענען נורא ואיום.
אין א פינסטערן צעל איינזאם און עלנד, באוואכט דורך צענדליגער וועכטער אין דעם מערסטען אפגעהיטען תפיסה אין די מדינה, זיצט א געשטאלט - דער רוקן איינגעבויגן, און טראץ די פולע שמערצן פון פיזישע יסורים און גייסטישע פיין, לערנט דער צוזאמגעבראכענער איד מיט התלהבות און ברען. די אויגן לייכטן אים ווי א מלאך אלקים, ער איז אויסגעטוען לגמרי פון די וועלט און פון וואס עס טוט זיך ארום אים, ער שפירט קוים הונגער אדער דורשט, דאס ביסל עסן וואס דער וועכטער האט איבערגעלאזט איז קוים בארירט.
שוין חדשים און יארן וואס ער שמאכט אזוי, ויהי היום, און זיין ריינע נשמה האט זיך צוריק געקערט צום באשאפער, טראגיש אליין, אן דעם וואס עמיציר זאל זיין דארט בשעת יציאת נשמה. די משפחה בעט זיך, אבער די רעגירונג איינגעשטעלטע די רשעים, לאזן נישט ארויס זיין קערפער.
ניין, נישט פונעם מהר"ם מראטענבערג שמועסן מיר דא. די ווייטאגליכע פאסירונג האט זיך נישט אפגעשפילט אין פינסטערן דייטשלאנד אין דרייצען יאר הונדערט, אויך נישט אין די צייטען פונעם תוספות יו"ט פאר 300 יאר צוריק. נאר דא ביי אונז אינעם גאלדענעם אמעריקא, יארע 2004 למספרם, אין נאורט קאראליינע, מיט א איד פון 79 יאר אלט, א טאטע פון קינדער - א זיידע פון פיל אייניקלעך, א פיינער איד, א חסידישער איד.
א חסיד האבן מיר געזאגט? יא, א חסיד פון א רבי'ן וואס איז קנאפע 20 יאר אינגער פון אים געווען. א רבי אין וועם ער אליין - און די דורות וואס ער האט אויפגעשטעלט - האבן געגלייבט אן קיין שום הרהור, דעם רבי'ןס א ווארט איז ביי אים געווען טייער און ער האט תמיד מקיים געווען אן אריין קלערן, א פאקט וואס עס קען זיין האט אים געקאסט דאס אייגענעם לעבן.
דער נאמען איז נישט וויכטיג ווייל עס פארמאגט דא נישט קיין געוויכט צום ענין, דער כאראקטער פון די טראגעדיע טוישט זיך נישט צו ער האט געהייסן יענק'ל צו משה. דער ביטערער אמת איז נעבאך, אז אויב ביסטו א חסיד פון אזא רבי'ן ביי וועם עס דרייען זיך צופיל אומגעלונגענע מופתים, ביזטו עלול צו באצאלן דערפאר מיט רעבע געלט. צומאל קען דאס מיינען לעבן אדער טויט.
אין דעם קאמוניסטישן ישוב ווי דער איד האט געוואוינט, איז א חוב קדוש אראפ צו געבן מעשר מדי חודש בחדשו קעש געלט וואס מען פארדינט מיט האראוואניע, מען שוועבט אין א תמימות וואס איז שווער צו געפינען היינטיגע צייטן, מען גלייבט אין רבי'ן (אדער זיינע ארומיגע) מיט וויסטע בלינדקייט. מאכט זיך אז א איד דארף אריבערגיין אן אפעראציע וואס א דאקטאר רעקאמאנדירט, פרעגט ער אן אין חצר הקודש און טוט ווי דער רבי הייסט - אפילו קעגן דעם דעת פון די דאקטורים. אז עס מאכט זיך און דעם רבי'ןס עצה פאלט מיאוס דורך און עס ברענגט חלילה א טראגעדיע, פרעגט מען נישט קיין קשיות, דער רבי ווייסט פארט בעסער. איך ווייס פאר א פאקט מער ווי איינעם וואס איז אזוי געווארן אויס חסיד - נאכ'ן זיך אפבריהען.
אז די מוסדות גנב'ן געלט אזויווי אלע אנדערע מוסדות, מען קוועטשט מיליאנען טראץ אן אפענע הלכה אז גזל עכו"ם אסור, און ביי די אינסטאנצן נעמט מען זיך נאכקוקען אריין טיפער אין די אלע מאלפע ביזנעס, אין דער צייט וואס ביי אנדערע פלעצער ווישט מען אפ יעדן אנדענק פון די מעשה גניבה, מען מאכט פשרה'ס מיט'ן דיסטריקט אטארני און מען זוכט ארויס צו גיין מיט גאנצע אברים, גייט דארט אין ישוב ארויס א באפעל: קיינער זאל נישט קאאפערירן מיט די אויספארשער. ווען זיי קומען אויספארשן מאכט מען מיט זיי ווי די קינדער אין מצרים פסח נאכט מיט פרעה'ן אין די פידזשאמעס, גיי דארט, קום דא, מען שפארט איינעם איין אין מקוה, א צווייטער בלייבט שטעקן אין ישיבה קטנה אין קאך פרידזשידער (דארט קען ער צוהערן ווי פיש רעדן...), הכלל, מען מאכט פון זיי ליצי ליצנות.
די רעגירונג שוימט פאר כעס, און ברענגן אריין נאך אויספארשער. זיי דרינגען צוביסלעך אריין טיפער און טיפער אין די געהיימניסן, זיי פארמאגן שוין גאנץ קראנטע ראיות און הוכחות, מבינים שלאגן פאר צו מאכן א פלי בארגען, מען פרעגט אן ביים רבי'ן, די תשובה איז פעסט און קלאר: בשום אופן, דער באשעפער וועט העלפן.
וואס מיינט איר, דער באשעפער האט געהאלפען? זיכער, ער האט געהאלפן עס זאל מקוים ווערן דער דבר הלכה, און עס האט געדראעט אן ארעסט אויף די אלע וואס זענען געווען פארמישט. אן עלטערער איד א בן שבעים וועלכער האט אונטערגעשריבן אויף רוב פאפירן, טוט - בעצת רבו- אנטלויפן קיין ישראל, די רעשט פארשטעקן זיך דא דארט. עס ווערט א משפט, אייניגע ווערן ארעסטירט, אמעריקא פארלאנגט א"י זאל דעם הויפט מחותן אויסליפערן, דער פראצעדור נעמט א וויילע, פרומע פאליטיקאנטען אין כנסת פרובירן אהערשטעלן א ניי געזעץ וואס זאל פארבאטן זיין אויסליפערונג, און ביי אמעריקאנער פאליטישע קרייזן גרייט מען זיך צו ווידערוויילונג.
עס גייט פארביי חדשים, שישקעס פועל'ן ביים ארויסגייענדיגן פרעזידענט צו באגנאדיגן די פאר אידעלעך וואס שמאכטן דאהי, דער רבי - שוין היבש צובראכן פון די אנטוויקלונגען - ברענגט די פאליטיקאנטען אריין אזש ביז'ן סאמע צענטער פון ישוב אליין (אינטערעסאנט דאס איז דאך נישט קיין מנהג פון טאטע'ן געווען), מען גיבט הבטחות מען קריגט צוריק, די באגנאדיגונג הבטחות ווערן מקוים, עס איז א שטורעם אין די פרעסע, עס איז אבער נישט כולל דעם אלטען איד וועלכער איז אונטער ארעסט אינעם לאנד פון האפענונג. ווען דאהי ווערן אנדערע באפרייט, פאלט דער נייער געזעץ דארטן דורך, און ער ווערט אויסגעליפערט און פארשפארט ווי א געמיינער קרימינאל אין סאוט קאראליינע ווי פריער דערמאנט.
די טראגעדיע האט זיך געענדיגט פונקט שלושים יום קודם הפסח, דער איד איז נעבאך געפאלן א קרבן אויפ'ן מזבח פון אזויגערופענע חסידות, קרבן פסח תשס"ד. ביי זיין לוי' האט דער רבי באגלייט כמעט ביז'ן קבר - שלא כדרכו, אנשטאט שמאלטץ האט זיך אנגעזען זאלציגע טרערן אויפ'ן בארד, ווייניג אידן האבן די הרגשה פון מקריב זיין א קרבן פסח בזמן הזה.
ביי ניחום אבלים, רופט זיך עמיציר אן: מען קען אויפ'ן נפטר רואיג זאגן "השם ינקום דמו". די ארומיגע שאקלען צו מיט'ן קאפ - נישט כאפענדיג אז דער רעדנער מוז זיין א ברסלב'ער וואס האט יעצט געשאלטן זייער אייגענעם רבי'ן!...
| |
|