| 5/2004
אב הרחמים - לזכר נשמת מיינע חדר מלמדים
- די קומענדיגע שורות זענען געווידמעט אין אנדענק פון מיינע יוגענט לערערס -
אין ביהמ"ד די וואך, איז פארגעקומען א שרייעריי, דער בעל תפילה האט בטעות אויסגעלאזט אב הרחמים און עס איז געווארען פינסטער אין שטעטל, הישמע כזאת? אין די ימי אייר סיון - צווישן פסח און שבועות - זאל מען אזוי פראסט איגנארירן די קדושים וואס זענען אומגעקומען בשנות הזעם. דער חזן האט נעבאך גארנישט געמיינט, סתם א פארדרוסליכער טעות געווען, אבער די פאר אונגארישע עלטערע אידן האבען דעם עפיזאד ערנסט גענומען צום הארצען (פונקט ווי די הויזען), עס איז געווען קענטיג כי בנפשם הדבר.
איך גראדע האב זיי גערעכט געגעבן, ווייל לפי עניות דעתי הקלושה איז אב הרחמים נישט קיין תפילה וואס מען קאן אזוי באזייטיגען, עס איז נישט א בלויזער מנהג ווי קניידל אין די זופ, אדער א הארציג חזני'שען פיוט ווי קה קלי יו"ט פאר מוסף, עס איז אונזער אנדענק פון יארען וואס מען טאר נישט פארגעסן, עס איז אונזער פארבליבענער בונד מיט יענע שווערע זמנים ווען כלל ישראל האט אזויפיל מיטגעמאכט, און מיר "יונגווארג" האבען אויך א חלק דערין.
אין די בראשית יארן נאכ'ן קריג, האט זיך נישט פארלאנגט קיין סאך פארש ארבעט געוואר צו ווערן אויב עמיציר איז געווען א "מלחמה געליטענער", ניטאמאל האט מען געדארפט אונטערזוכען יענעמ'ם ארעם צו באקוקען זיינע 'טאטאא' (כתובת קעקע) בוכשטאבן, דער בלויזער עלטער פון א מענטשן, איז גענוג געווען צו אידענטיפיצירן ווי ער באלאנגט, צו איז ער פון לאגער, אדער א כלי שני - א היגער געבוירענער שוין.
דאס מיינט נישט צו זאגען אז דער צווייטער דור קענען נישט ווערן אנגערופען מלחמה געליטענע. צו אונז קינדער פון עלטערן וואס זענען "דארט" געווען, איז דער לעבן אויך נישט געווען בלויז המוציא מיט האניג, דער טאג טעגליכער געראנגעל וואס די געראטעוועטע האבען מיטגעמאכט - פון בייזע חלומות ביי די נעכט, ביז דערשטיקטע געפילן וועלכע האבען געקענט עקספלאדירן אומדערווארטעט אימיטן העלן טאג - האט געשוועבט ווי א וואלקען העכער דעם ברוך השם יום יום.
אבער ווילאנג דאס איז געקומען פון די אייגענע עלטערן, וועלכע האבען ווי נישט ווי אין די קינדער געפונען עפעס א טרייסט, און געווען עטוואס פארנומען צו שמירן זייער פוטער ברויט און אנגרייטען דעם ראנטאטאש, האט מען זיך נישט געקאנט אפרעדן. דא און דארט האבען זיך געעפנט טיפע וואונדן, אמאל א ווארט וואס האט דערמאנט זכרונות, אמאל א יארצייט פון א נאענטען, אבער, מען האט זיך אפגעווישט די נאז און געגאנגען ווייטער.
אין חדר ווידער, דאס פלאץ ווי מיר האבען פארברענגט די טאג שעות, דארט איז שוין געווען א צווייטע געשיכטע. איך האב פונקט געלייענט מעמוארן פון א אידיש רוסישען סאציאליסט, שרייבט ער קינדער זכרונות פון ווען ער איז געגאנגען אין חדר צו א מלמד וועמען ער האט געהאסט, ויהי היום ער האט מחליט געווען צו סטרייקען, אנשטאט גיין אין חדר איז ער געגאנגען צום טייך מיט'ן עפל און קיכן, נאך עטליכע טעג האט זיך דער פאטער דערוואוסט, און פארנאכט'ס ווען ער איז אהיים געקומען האט ער אים געזאגט: דער שניידער קומט דיר אנמעסטן א נייעם בגד, גיי אין דיין צימער מאך דיר גרייט און טוה דיר אויס די בגדים, ווען ער האט אזוי געטאן, איז דער פאטער געקומען און אים אזוי אנגעשמיסען אז ער האט געהאט צו געדענקען.
דוכט זיך אז ביי אונז איז געווען א פארקערטע מעשה, אין חדר איז געווען דער פלאץ ווי מען האט אראפ געצויגען די אונטערוועש, און אינדערהיים איז דער טאטע געווען דער אב הרחמים. ווען אונזערע לאגער לאנדסלייט מלמדים, וואלטן ווען געוואוסט אז מיט יעדעס מאל וואס זיי פייניגען א אידיש קינד שמייכעלט היטלער אין קבר און ס'איז שפתותיו דובבות מיין קאמף, וואלטען זיי אים מסתמא נישט פארגינט די הנאה און זיך מונע געווען פון טשעפענען בא'חנ'טע אומשולדיגע אידישע קינדערלעך, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא. טעם חטא זאגען מיר, ווייל טעם "עץ הדעת" און 'אבנט כפול שמונה' האבען זיי יא טועם געווען, א בחינה ווי רש"י ברענגט: מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו, דעם טעם פונעם ריט האבען זיי פארזוכט אויף אלע באקען, און ווי יענער האט געזאגט: אריין ביז'ן זיבעטען ריפ...
דער אמת איז, מען טאר זיי נישט דן זיין, נעבאך מיטגעמאכטע צוקלאפטע נפשות געווען, רוב זענען גאר געווען קינדערלאז אדער פרוילאז, געלעבט אינעם שאטן פון די מלחמה ברוטאליטעטן און געהאט גומענע נערוון. וויאזוי פונקט די אידן האבען זיך ערווארבען זייער פאסטען אלץ מלמד דרדקי איז איינס פון די אומפארענטפערטע מלחמה רעטענישן וואס דענקער האבען נישט באוויזען פעסטצושטעלן עד היום הזה, ווארשיינליך, צוליב דעם ביטער'ן צושטאנד אין וואס זיי האבען זיך געפונען - פארווייטאגט איינזאם און עלנד, האט מען אויף זיי שטארק רחמנות געהאט און באאויפטראגט מחנך צו זיין די קינדער, כדי דער טאג זאל זיי נישט זיין אזוי לאנגווייליג, און אפשר זאל זיך אין זיי אויך אנקלעבן אביסעל פון קינדערישע רייץ צום לעבן.
אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם פאקט, אז דארונטער זענען די קינדער אויך געווארען "מלחמה געליטענע", טאקע נישט איבערלעבער פון מונקאטאבער אדער שאראשפאטאק, אבער געליטענע פון מלחמה געליטענע, איבערלעבער פון איבערלעבער. חוץ פון ארבעים יכנו האט מען קיין סאך נישט געלערנט ביי זיי, צו דאס איז מסכת מכות אדער מלקות איז אויך נישט געווען א גרויסע נפקא מיניה להלכה, די אונטערשטע שורה איז געווען א רויטע, אם יאדימו כתולע איז תחת השבט געווען פשוט פשט, און קיין דיסקרימינאציע האט דארט נישט געהערשט, יעדער אנע אויסנאם האט דערצו זוכה געווען, "העשירי" יהיה קודש איז געווען נאר אויף א יומא דפגרא.
נישט ווייט פון אונז האט געוואוינט אן אלטער פוילישער אפיקורס, געשטאמט האט ער פון ביאלאסטאק ווי זיין טאטע איז געווען שוחט, ביים קריג האט ער נעבאך אלץ פארלוירען אריין גערעכנט זיין אמונה אין בורא כל עולמים. איינמאל שמועסנדיג וועגן דעם מצב צווישן ישראל און די אראבער זאג איך אים אז דער באשעפער וועט העלפן, איז ער געווארן אויף מיר בייז: "די זאגסט אז גאט וועט העלפן, הא?, וואנעט איז גאט געווען ווען מען האט חי'לען אויף טויט דערשאסן? דער טאטע פלעגט אויך זאגען אז גאט וועט העלפן, און קוים א ברעקל אש איז פון אים געבליבן". - "אבער דיר האט ער געהאלפען איטשע, די ביסט לעבן געבליבן". -"אויך מיר נסים, פארהאלט דיר דאס מויל, איר חסידים קענט דאס נאך פארקויפען ווי נסים, גאט'ס נסים פון די שואה, און אפשר א לאך אין די קעשענע איז אויך גאט'ס נסים? קינד מיינ'ס, היטלער'ס קריג האט נישט געזען גאט'ס וואונדער, נישט קיין צען מכות און נישט קיין קריעת ים סוף".
אזוי שפייעט ער כפירה רעכט'ס און לינק'ס, ביז איך האב אים געמוזט צוריק שטעכן, זאג איך אים: "איטשע, ווילסט זעהן נסים פון די מלחמה, קוק אויף אונז חסידים, נאך די אלע מעשיות, נאכ'ן כאפען ביטערע שלעק אין חדר, נאך די "ואני" און נאך פרשת משפטים, דינען מיר נאך גאט ברוך הוא."
און - וואלט איך געקענט היינט מוסיף זיין - מען שלאגט זיך אין בית המדרש וועגן... אב הרחמים.
| |
|