לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

בר פחתי

בכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי!

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


 
הבלוג חבר בטבעות:
 
5/2004

פייער און שיסער



עס איז שוין אפשר צען יאר וואס איך פיר זיך צו גיין ל"ג בעומר ביינאכט אין א קליין בית המדרש'ל ווי מען פראוועט א באשיידען סעודה לכבוד ר' שמעון, היי יאר אבער, בין איך עטוואס ערשטוינט געווען, ווען דער רב - א וואוילער איד - האט מיר מכבד געווען זאגען אפאר ווערטער.

עס איז געקומען גענצליך אומגעראכטען, און פארשטייט זיך אז כ'האב דעם כיבוד שיינערהייט אפגעזאגט, נישט ווייל איך האב נישט געהאט וואס צו פארקויפען, נאר די קויפערס זענען דארט נישט געווען די ריכטיגע, ונקוט כלל זה בידך, אז ביי אונז אנשי שלומינו צו רעדן ברבים אינערליכע מחשבות איז א בחינה ווי לקט שכחה און פאה, מען קען דא אויפ'ן געוועב אנאנים מלקט זיין, מען קען זיך פארגעסן אמאל און פאררעדן, אין מקוה אדער אין פאליש ביים ווינקעל אויך אמאל לאזען פאלן אפאר ווערטער, מהיכא תיתי, אבער אפיציעל זיך אויפשטעלן רעדן, דאס שוין נישט.

עס קען זיין איך וואלט זיך יא געדארפט אנגארטלען קוראזש און זאגען וואס איך טראכט, עס איז פארט נישט געווען קיין פלאץ ווי מען וואלט מיר אנגעגאסען מיט קאלט וואסער, אבער עס וואלט זיכער געווען דאס לעצטע מאל וואס איך וואלט דארט איבערגעטרעטן דעם שוועל. פאר אייך חשובע לייענערס וועל איך יא איבערזאגן וואס עס איז מיר געלעגן אויפ'ן צינג, און זאגט איר מיר צו איך בין נישט גערעכט געווען, ירא הקהל וישפוט.

מען פייערט ל"ג בעומר, צענדליגער מוסדות ווערן אויפגעראכטען פון דעם ח"י ראטעל ביזנעס, די אחרונים מוטשען זיך אבער צו פארשטיין, וואס איז דאס די הדלקה אין ל"ג בעומר. יעדער פרעגט ולשמחה זו מה עושה, דער בעל חרדים האט יא געהאלטען, דער חתם סופר האט נישט געהאלטען, היינט צו טאג'ס האט רוב מנין ובנין פון כלל ישראל יא אנגענומען לקולא, דארף מען דאך פארשטיין וואס איז דאס דער געצינדעכץ. און ווידער דאס שיסען פייל און בויגען איז דאך סתם אזוי אפגעפרעגט, ביי אונז אידן בני אברהם זאל מען גאר ווערן שיסער, ווי האט מען נאך אזוינס געהערט אידן זאלען שיסען, הלא דבר הוא.

קען מען אפשר זאגען אזוי. עס איז פארהאן ביי אונז אידען פארשידענע כתות מענטשען, ס'דא ווירדיגע און אויך אומווירדיגע, חוץ פון די ארבעה כתות וואס זענען נישט מקבל פני השכינה, איז פארהאן נאך א כת וואס קען אריין גיין אין די גזע. זיי זענען אנשים אחים מאנשי שלומינו, אויפגעוואקסען צוזאמען, דרייען זיך ווייטער מיט אונז אין ביהמ"ד, אין כולל, און אין די משפחה. קיין אפיציעלער טיטול פארמאגן זיי נישט, אבער זיי קענען מיט רעכט ווערן אנגערופען: כת השחצנים.

לאמיר נעמען דעם כולל אינגערמאן שחצן לדוגמא, ער קען זיין א ראצער וואס האט קוים געענדיגט באנעצן די ווינדלען מיט מי רגלים, קוים געוואר געווארן וועגן דעם גלגל החוזר, זיצט ער מיט'ן חברותא ערנסטערהייט און לערנט א שב שמעתתא, ער באלעקט זיך די פינגער מיט א סברא ארויף און אראפ, און שפירט ווי א מיליאן דאללער.

ווען ער ענדיגט און קושט צו דעם דעקל, שפאצירט ער ארויס מיט'ן קאפ אין דער הייעך, ער קוקט אראפ אויפ'ן ארומיגען עולם, עס פאסט אים גאר נישט זיך געפונען אין די געזעלשאפט, וואס פארשטייען זיי אין א שטיקל קצות? א זאפטיג ר' עקיבא אייגר? דער שחצן אונזערער שפייזט זיך מיט די טיפע אחרונים טאג איין טאג אויס, ביז ער דערגרייכט א מצב ווי ער שפירט זיך פון די עליטע, נישט פון סתם עמך, זיי איז ער נישט סובל.

ביי ר' שמעון און בנו אלעזר האט דאס אויך פאסירט - פארציילט די גמרא (שבת לב), נאך 12 יאר אין די מערה, קומען זיי ארויס לאור עולם און זעהן ווי מענטשען אקערן און זייען, נו, נאכ'ן זיין אריינגעטוען אזויפיל יאר ברומו של עולם קענען זיי דאס נישט פארדייען, "כל מקום שנותנין עיניהן מיד נשרף", איר הערט? מ'הארגעט מענטשן! מ'פארברענט יעדן וואס מען זעהט! גייט ארויס א בת קול (וואס דען?) און שרייט: "להחריב עולמי יצאתם? חזרו למערתכם!", איך דארף נישט קיין טובות! ווערט מיר נישט קיין שחצנים, אלעס פיין און וואויל, געלערנט יארן מיט מסירות נפש, אבער ס'פארהאן א וועלט חוץ ענק, זייט'ס נישט מחריב קיין מענטשן, עולם כמנהגו נהוג, דרכיה דרכי נועם.

דאס איז די סיבה פארוואס מיר צינדן פייערס ל"ג בעומר, אלץ זכר פאר יענעם פייער מיט וואס זיי האבען פארברענט די פשוט'ע פעלד ארבעטער, דאס דערמאנט מען אונז דא, לערנסט פלייסיג - נישקשה, א שחצן דאס שוין נישט. און פארדעם שיסען מיר פייל און בויגען, לאמר אזוי צו זאגען: שיס מיר נישט קיין מענטשן, לאז געמאך!

איך האלט עס איז א דבר אמת דער געדאנק, אבער איך פרעג ענק, וואלט איך דאס געדארפט זאגען הויעך ברבים? נו, באמת?


נכתב על ידי , 11/5/2004 03:25  
8 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



19,316
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , 20 פלוס , החיים מעבר לים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לבר פחתי אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על בר פחתי ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)