לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

בר פחתי

בכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי!

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


 
הבלוג חבר בטבעות:
 
5/2004

מען פארט צום רבי'ן



מורי ורבותי! יום בשורה הוא לנו, נאך אינטענסיווע צוגרייטונגען, שטארקע הפצרות און נאכאנאנדיגע שטרויכלונגען, קען איך דא אצינד מודיע זיין, אז רבינו שליט"א האט ברוב רחמיו וחסדיו מסכים געווען דערצו אז איך זאל זיך געפונען במחיצתו במשך די ימי חג השבועות הבעל"ט זמן מתן תורתינו, ווי איך וועל קענען מקבל זיין די תורה אזויווי עס דארף צו זיין און מיטנעמען די השפעות פאר מיר און פאר מיין הויזגעזונד פאר די קומענדיגע וואכן און טעג.

עס איז נישט געווען גרינג, רבינו כידוע איז זיך נישט מגלה צו אונז חסידים ותלמידים פראסט אזוי, עס איז א בחינה פון לאו כל מוחא סביל דא - נישט יעדער איז זוכה דערצו, אין אן ענטפער צו מיין בקשה שרייבט ר' זלמן (בן שיינדא) דער משב"ק אז רבינו האט זיך אפילו אויסגעדרוקט מיט א לשון פון "לא יראנו האדם וחי", פונדעסטוועגן האב איך פארט באקומען רשות צו קומען דאווענען ביי רבינו בבית מדרשו, און ווער ווייסט, אפשר וועל איך זוכה זיין אויך צו עסן די סעודות בצוותא חדא, אך! עס כאפט א ציטער!

מייינע בני בית האט אויך מכתחילה נישט אזוי מסכים געווען, אבער נאכדעם ווי איך האב ערקלערט דאס גרויסע ענין וואס עס איז געווען ביי חסידים מדור דור צו פארען צום רבי'ן אויף יו"ט - און ביי קבלת התורה בפרט, און נאכדעם ווי איך האב איר געגעבן צו לייענען דעם קונטרס "אומאן ראש השנה" ווי עס ווערט ערקלערט פאר די נשים צדקניות דאס געוואלדיגע זכות וואס זיי קויפען זיך איין ווען זיי לאזען די מענער אוועק פארען צום צדיק אויף יו"ט, איז געבליבען אז מען פארט.

קיין קוויטלעך קען איך נישט מיטנעמען, ווייל איך ווייס ניטאמאל צו איך אליין וועל קענען אריין גיין אל המלך פנימה, פארט זאג איך ענק צו, איך וועל אייך אלע אינזין האבען בלי"נ, איך האף קיינעם נישט צו פארגעסן ווייל עס שטורעמט אין מיר די הרגשים, און נאך יו"ט וועל איך אי"ה איבערגעבן און באשרייבען וואס איך האב אלץ געזען - וואס עס טוט זיך נאר אפ - ביי מעלת הוד כבוד רבינו שליט"א.

די צייט איז קורץ, איך מוז מיר צו יאגען, האט'ס מיר א לעכטיגען יום טוב!
נכתב על ידי , 25/5/2004 20:20  
2 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   1 הפניות לכאן   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



19,316
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , 20 פלוס , החיים מעבר לים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לבר פחתי אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על בר פחתי ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)