ב''ה
א געזונטן ווינטער טייערע ידידים הע''י
קוים ווי דער ניטל איז מיר אריינגעטרעטן אינעם טאג אריין, א שטייגער ווען דער זייגער ווייזערל האט מיט נצחון געקלאפט צוועלעף! בין איך עפעס שרעקליך הונגעריג געווארן..
עפעס א שטייגער, ווי ס'וואלט געווען א תענית.. יא! אז מ'ענדיגט צוועלף אזייגער א סדר היום, איז אדער קומט טועמי'ה אויפן אגענדע, אדער איז א פאסט-טאג..
אבער היינט איז א תענית דיבור בתורה, און כ'האב געשפירט אז ס'פעלט מיר עפעס.. [כ'ווייס טאקע נישט פארוואס..] כאילו כ'וואלט שוין דעמאלטס געהאט אין א פארווע טאג אדורכגעלערנט א סוגיא צוויי.. דריי! אבער ס'איז דאך נישט אזוי..
בין איך געבליבען הונגעריג און דארשטיג ולא מלחם ויין..
וואס טוהט מען דאך אין אזא 'געלעגנהייט', ווען דאס רוב מנין ובנין פונעם יושבים קרעמל איז זיך א שטייגער פונאנדער צעלאפן פראווענען ניטל, און איך בין געבליבען הענגען..? ממילא אז מ'מוז לערנען, שמעקט מיר א פארברענגעכטס.. אבער אז מ'טארנישט, פאלט מיר להכעיס איין פשטים איבער פשטים.. און לאמיר שוין זאגען כ'וועל עובר זיין בחדרי לבבי און לערנען, איז דאך נישטא פארוועם אויסצושפייען מיינע בויך סברות און פשעטלעך..
נאר נישט קיין ערגערע דאגות.. וואס אנדערע וואונטשען זיך טעגליך, און קריגען עס נישט.
אבער פארט איז דער טאג געבליבן לאגנווייליג, פוסט און קריסט.. די יאשקעס וועלקען שוין, און די סענטער קלעצער זענען שוין לאנג אויסגעדארט און אפגעפאטשט! אלע קראצמעך ביימעלעך זענען איינגעזויערט און פארביטערט.. נאר איך גלאץ אין די ווייטע מרחקים, וואס טוהט מען אזוי מיט א טאג וואס מ'טארנישט לערנען..
שלאפן איז דאך אפגערעדט, ווי פארשלאפט מען א אייניעריגע געלעגנהייט.. און עסן, עסט זיך שוין זיבען כזיתים.. און נאכאלץ 'פייניגט' דאס הונגער – וואס שרייעט פונעם אונטער באוואוסטזיין ס'איז א תענית! אבער ס'איז דאך נישט..
שוין! מקודם קען מען דאך שרייבן א מאמר.. נישט שלעכט, אבער וואס טוהט מען מיטן איבריגע טאג, וואס ציהט זיך 'צו לאנג'..'
כ'בין עצות לאז..
מלחמה בוכער איז יעצט נישט די סעזאן, און הקדמות פון ספרים לייענען, שאך שפילעריי און דאס גלייכן, לאז איך פאר די 'פרומערע' צדיקים.. בלייב איך אויסגעשטאנען צום ליידיגער טאג, מי יתן ערב..
שוין ארומגעצירקעלט צו אלע שכנים און קרובים, ביי יעדן געכאפט א ביס.. און זיך אנגעהערט יעדנס דאגות, אבער נאך אלץ איז נישט מנחה גדולה..
קוים ביי מעריב, ווען כ'שלעפ מיך אהיים, נאך א לאנגע לאנגע טאג נישט ארבעט.. פאל איך ארויף אויפן נאכטמאל, ווי כאילו התענה תשיעי ועשירי..
קוים פאסט מען אויס.. און כ'בין נאכאלץ הונגעריג..
נו, איר האט עפעס וואס קען מיך זעטיגען?..
כ'האב קוים אויסגעווארט ביזן אויסגעווארטעטן 'צוועלעווע...' און ווי נאר כ'עפען אויף א ספר, בין איך אריינגעפאלן אין א וויסטן שלאף, ביז צוועלעווע השני..
יא, כ'קען זאגען כ'בין אויפגעשטאנען 'זאט' און אויסגערוהט.. ווי אין פסוק שטייט, מתוקה שנת העובד..
האטס מיר אז זיסער תמיד
מנשה
למשפחת לוסטיג