לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

מה שנכון נכון

אומנות שלי, הוא להיות שחקן, כתבן, וקומיקאי. לשמח כל נשמה בתוך כלל ישראל.. אדרבה תהנו \ מיין טאלאנט איז, צוזיין א שרייבער א אקטיאר און מהנה צוזיין יודישע קינדער. און דאס איז מיין ציל ! שעפט פארגעניגען, פארוואס נישט.. מנשה לוסטיג \ HAPPYCUSID


מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


1/2008

גולל אור מפני חושך..


 

ב''ה

ה' פ' בא סח'

א גוט מארגען לעכטיגע פריינד הע''י.

כ'זאג אזוי לעכטיג.. ווייל אט נעכטן האט דאס פאסירט, ווען כ'זיץ מיר דא און בין עוסק ב'מעשי חושב', איז מיר די לעכטיגקייט אנטלאפן צו אלע שכנים.. נאר ביי מיר איז געבליבען א טאפענדע 'מכת חושך', ממש די פרשה פון די וואך..

א שטייגער וואס טוהט מען דא? אויב כ'ווער געוואויר, אז אהנע לעקטריציטעט בין איך אויך אויסגעלאשן.. נישטא קיין שיין, נישטא קיין טעכניק, נישטא דאס גאנצע וועלט.

- כ'פראביר שנעל צו כ'קען נאך געניצען.. יא! דאס האט 'נישט' מיט די לעקטעריק קאמפאני..

אה, נאך איין מזל.. קוקט אויס נישט אלעס איז מעשי בני אדם, ס'פארהאנען געבליבען עפעס פאר גאט אויכעט..

אבער דא הייבט זיך אן א וויסטע געראנגעל, ווען כ'זאל וויסן מיט וועמען וואלט גוט געווען.

- ווי כ'שטעל א פיס שטויסען מיר זיך איינער די צווייטע.. אמאל איז עס א בענקל, אמאל איז עס די וואנט! וואס פאר א זכות האב איך מיר איינגעקויפט אז ער איז מיר אקעגן געקומען..!?

אבער גיי 'האק' בארן.. ווען כ'זאל כאטש וויסן ווי די בארן ליגען.. נישטא קיין אקטיווע טעלעפאן אפצורופען א טעכניקער פונעם קאמפאני, און עהם געבן א שובבי''ם לעקציע..

ווי מאכט מען דאס טונקעל אין א יודיש שטוב? און פונקט ביינאכט – ווען איך בין אויף.. קען ער דאס נישט טאן בייטאג ווען איך שלאף???

אבער ווי גערעדט צו א אויסגעלאשענע אפאראט, האבען מיר אפגע'ענפערט די שפיזיגע שאטנס, פון די גאס לאמפען א גאס אריבער, און כ'שלאג מיר די אייגענע געוויסן, איידער איינעם אנצופיקסען..

כ'געטרוי מיר נישט צו שטעלן א פיס ווייטער, ווייל ווידער וועלן זיי מיר באפאלן די אנאנימע חושך שונאים.. אוי ווילאנג זיי האבען שוין געווארט אויף דעם געלעגנהייט, מיר אנצוקלאפן ביי יעדע ריר וואס כ'געב מיר, ביז – 'וימש חושך' איך טאפ א וואנט..

הע איינמאל ס'וועט ווערן לעכטיג ביי יודען, זענען זיי אויס קאפעליטש רייסער.. און פון ווי האבען זיי זיך אריינבאקומען צו מיר בחדרי חדרים, דאס ווייס איך נישט..

אבער נאך עטליכע שעה זיך ראנגלען מיטן מציאות, האט זיך אנגעהויבן א אור וחושך משתמשין בערבוביא.. צינדט זיך אן און שאלטערט אויס, כאפט זיך צוריק און הויעכט ווידער אויס.. עפעס זעה איך די שרים אין הימעל ראנגלען זיך דא, אויפן שלאכט באזע פון מיינע אויסגעמוטשעטע נערווען..

אבער ויהי ערב ויהי בוקר! ס'געווארן לעכטיג, און צוריק צום וועלטס קאליר און שיין..

וויל איך נאר מעלדן יענעם טונקעלער שונא מיינע, טאמער מיינסטו ווייל אין חושך האב איך דיר נישט געקענט באזיגען, אבער כ'בין נאך דיינע שפירן..

דערווייל גוטע פריינד, לאמיר נהנה זיין פון א לעכטיגע וועלט..

                                                        מנשה לוסטיג

                                               - גייט נישט ארום פוסטיג..

                                    האט א חשבון און געדאנק מיט אלץ און אלעמען..

נכתב על ידי מנשה לוסטיג , 10/1/2008 03:04  
הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



כינוי:  מנשה לוסטיג

בן: 48

תמונה




1,409
הבלוג משוייך לקטגוריות: דת , מדע בדיוני ופנטזיה , האופטימיים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות למנשה לוסטיג אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על מנשה לוסטיג ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2026 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)