לדף הכניסה של ישרא-בלוג
לדף הראשי של nana10
לחצו לחיפוש
חפש שם בלוג/בלוגר
חפש בכל הבלוגים
חפש בבלוג זה

בר פחתי

בכלל נישט קיין קטלא קניא... נאר גאר א בר פחתי!

כינוי: 

מין: זכר





מלאו כאן את כתובת האימייל
שלכם ותקבלו עדכון בכל פעם שיעודכן הבלוג שלי:

הצטרף כמנוי
בטל מנוי
שלח

RSS: לקטעים  לתגובות 
ארכיון:


 
הבלוג חבר בטבעות:
 
4/2004

דער פערצנטער אני מאמין



ב"ה דער פסח איז אריבער נישקשה, איך קען נישט זאגען ממש כימי צאתנו ממצרים ממש, אבער גענוג מקיים צו זיין דעם לראות את עצמו, און אויב מיר האבן דערצו נישט זוכה געווען, האט אונז אוודאי דער רבי מוציא געווען מיט'ן פעטער ביים סדר.

דאכט זיך אז עס איז נאך נישט קיין גאנצע וואך זייט מ'האב מיר זיך געהויבען די הויזען ביז די קניען און אריבער דעם ים בשעה טובה, אבער דער תימנ'ער מיט'ן אנטענע גיבט אונז נישט קיין סאך צייט צו טראכטן. גרויסע פלאקאטען זענען מודיע אז ער קומט צו פארן קיין ירושלים ד'אמעריקא, אויף איין זייט לייענט זיך: "גדול המחזירים בתשובה קומט קיין וויליאמסבורג!", איז משמע אז אין וויליאמסבורג איז ליידער דא אזויפיל פושעים.. אזש ביז מען מוז אימפארטירן דעם גרעסטען מחזיר בתשובה כדי דעם עולם צוריק צו שטעלן אויף די שינעס...

אויפ'ן צווייטען זייט לייענט זיך: "דע מה שתשוב", דא וויל מען אונז שוין בארואיגען, ער קומט נישט מתקן צו זיין אונזערע חטאים, ער קומט אונז פשוט זאגן וואס מיר זאלן ענטפערן... אויב ווילט איר, איז דאס נאך א נוסח פאר: מיין טאטע האט געזאגט ער איז נישט אינדערהיים...

עס איז געשמאק צוצוקוקען ווי דער עולם גולם ווערט פארקויפט און פארבלענדט, די אזויגערופענע מחנכים און גאט פארטרעטער שלאגן זיך שוין יארן ארום צו מען מעג ערלויבן קינדער צו פרעגן "שאלות אין אמונה" אדער נישט. טייל שרייען היה לא תהיה מען טאר דאס נישט דערלאזן, מען דארף דאס בתוקף דערשטיקן, עס דארף זיין אמונה פשוטה אן קיין חכמות. אנדערע זאגן פארקערט, דערדריקן איז נישט קיין תכלית, אן אומפארענטפערטע שאלה איז א ביין אין האלדז, עס איז ווי 'דעלי 52' טשאלענט אויף א ליידיגען מאגן, עס דרוקט עס קוועטשט, אז מען בארואיגט עס נישט איז צען מאל ערגער.

ביי די פלעצער ווי מען האט יא אנגענומען די צווייטע סברא, הייבט זיך אן א גאנצע קאמפליקאציע: ווער וועט ענטפערן? דער מגיד שעור אדער טיטשער ווייסט דאך נישט בחייכון, דער מנהל וכו' ווייסט נאך ווייניגער, דארף מען א ספעציעלן מומחה וואס קען זיך ספראווען מיט די ענינים. נא, אינעם אייגענעם מוסד איז געווענליך אזא איינער נישטא, ע"פ רוב איז אפילו שווער צו טרעפן אזא בעל מדריגה אין די אייגענע קהילה, דארף מען נעמען א פרעמדן, און אפילו מען האט יא א היימישען דארף מען דאך אויך בודק זיין זיינע ציצית, צו שטימט זיין גאנג פון מחשבה מיט אונזער, צו איז ער נישט פון די "אויפגעקלערטע", אפשר האט ער גאר געפאשעט אויף פרעמדע פעלדער, גארנישט אזוי פשוט. עס קען דאך זיין אז יענעמ'ס אמונה שטימט נישט מיט אונזער.

שטעלט זיך די פראגע, וויפיל אמונה'ס איז דא? דער אחד האט דאך א גרויסער ד' פאר א סיבה.

דאס אלעס טראכט איך צו מיר שפאצירענדיג אהיים נאכ'ן לעזן דעם אויבנדערמאנטען צעטל. קום איך אן אהיים, קוק איך איבער די פאסט, באמערק איך אן הזמנה. טראכט איך צו מיר: פריש אנהייב ספירה אן איינלאדענונג'ס בריוו? מסתמא א בר מצוה.

האב איך טאקע צוגעטראפען, און דער אבי הבן איז א קרוב מיינער פון קראון הייטס, א חב"ד'סקער, א משיח'יסט, און דער נוסח אינעם בריוול איז טאקע אנגעפילט מיט מטעמים, פון "יחי אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד", ביז "ותיכף ומיד ממש נזכה להתגלות כ"ק אדמו"ר מלך המשיח שליט"א לעיני בשר והוא יגאלנו ונחגוג את הבר מצוה בבית המקדש השלישי". עס האט מיר געקאסט א שמייכל, אבער עס האט מיר אויך א ציפ געטאן.

עס האט מיר דערמאנט פון פארגאנגענעם זומער ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל, און איך בין געגאנגען צום אור החיים הק' ציון ביים יארצייט. זענען געשטאנען דארט ביים אריינגאנג צום הר הזיתים בערך צען ברסלב'ער חברה פון די נ נח סעקטע, און געהאפקעט און געשפרינגען מיט די הענט און פיס אראפ און ארויף זינגענדיג זייער אייגענעם ענטאם. פארשטייט זיך איך האב מיר נישט געמאכט קיין עסק דערפון און קוים א בליק געטאן, אבער אויפ'ן וועג ארויס איז מיין אויג געפאלן אויף עפעס וואס איך האב פריער נישט אין אכט גענומען, נעמליך, אז די שפרינגער'ס זענען קיין בחורים נישט געווען, נאר אינגעלייט. דערנעבן זענען געווען זייערע קליינע אינגאלאך אפשר זעקס יעריגע, מיט די גרויסע קאפלעך, און מיט נאך גרעסערע שמייכלען, און אט אזוי געזינגען און געטאנצען מיט'ן גאנצען כח, להגדיל תורה ולהאדירה.

טראכט איך צו מיר: זענען זיי משוגע? גאנץ זיכער אז נישט. די קינדער זענען געבוירן צו די צפת'ע חברה וואס גלייבען באמונה שלימה אין זייערע משוגעת'ן, און דאס האט מען איינגעבאקען אין זיי נאך פונעם וויגעל אן. און דא בין איך געקומען צו אן איבעראשענדער אויספיר, שטעלט אייך פאר אז איך וועל לעבן ערגעץ ווי אין א דארף ארום גענומען מיט מענטשן וואס פירן זיך פונקט ווי מיר, און לאמיר זאגן אז מיר רופען אן אקס: פאטעיטע, אדער א קאר: לבנה, וועלן די קינדער וואס ווערן דארטן אויפגעהאדעוועט פארשטייט זיך נישט וויסן פון עפעס אנדערש, און ביי זיי וועט דאס זיין א דבר פשוט אז א פאטעיטע גיבט מילעך און א לבנה פארט...

פונקט ווי ווען איך בין געבוירן, און אנגעהויבן אביסל צו פארשטיין, בין איך ערצויגן געווארן וויסענדיג אז מיר זענען אידן אין גלות, און עמיציר וואס הייסט משיח גייט אונז קומען אויסלייזן, פונקט אזוי איז דער בר מצוה בחור דנן ערצויגן געווארן מיט'ן רבי'ן מלך המשיח אין וויגעל, ער האט קיינמאל פון מיין משיח נישט געהערט, אים האט מען אויפגעצויגען זאגענדיג אז דער רבי איז משיח, און איצטער איז ער פארהוילן צוליב אונזערע זינד, אבער בקרוב ווי נאר מען וועט זיך גיט אויפפירן כהוגן וועט ער נתגלה ווערן...

משיח ביי מיר, מיינט עפעס אינגאנצען אנדערש ווי ביי אים. ר' נחמן מברסלב ביי דעם קליינעם נשמה'לע וואס האט זיס געשפרינגען אויפ'ן הר הזיתים, האט גאר א צווייטער מושג ווי ביי מיר. פאטעיטע מיט מילך, שמיטה און הר סיני.

וועט איר זאגן אז אלעס וואס מיר גלייבן איז אזוי, איז בכדי איר זאלט נישט שפירן אז איר זענט נישט מער ווערט ווי דעם חב"ד'סקער אדער נ נח'ניק, וועט מען מוזן זאגן אז ס'זענען פארהאן זאכען וואס כל בית ישראל גלייבט אין, נישט קיין נפק"מ וועלכער קרייז אדער סעקט, עס איז נאר דא ביי יעדן נאך אן אני מאמין - א שטייגער ווי א פינפטער שלחן ערוך - ווי יעדער מאכט שבת פאר זיך און טייטשט דאס אויס אויף אן אייגנארטיגען אופן.

דער האלט אז זיין רבי איז גאט, יענעמ'ס רבי איז תרח, און דער באשעפער, ער באדינט גאר דעם רבי'ן. (אין קאצק האט מען מורא געהאט פון באשעפער אז ער וועט דערציילן דעם רבי'ן). דער האלט אז מיט'ן לייגן דעם רבי'ןס מטבע אין פריזער וועט ער פוע'לן א ישועה, זיין מחותן טראגט שטיינער פון כותל אין די נירן... נהרא נהרא ופשטי'.

און אויב פלאנט איר צו גיין הערן יצחק'ן, פרעגט אים וויפיל אני מאמין'ס איז דא.
נכתב על ידי , 20/4/2004 04:43  
7 תגובות   הצג תגובות    הוסף תגובה   הוסף הפניה   קישור ישיר   שתף   המלץ   הצע ציטוט



19,316
הבלוג משוייך לקטגוריות: החיים כמשל , 20 פלוס , החיים מעבר לים
© הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לבר פחתי אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על בר פחתי ועליו/ה בלבד
כל הזכויות שמורות 2024 © עמותת ישראבלוג (ע"ר)